my place my space teacher's guide yiddish draft

14
My Place My Space Teaching Children About Themselves, the World and the Space in Between TEACHER’S GUIDE emse ace

Upload: focus-in-education-inc

Post on 17-Mar-2016

239 views

Category:

Documents


9 download

DESCRIPTION

Teacher's Guide Yiddish Draft

TRANSCRIPT

Page 1: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

My Place My Space

Teaching Chi ldren About Themselves,

the World and the Space in Between

TEACHER’S GUIDE

emse

ace

Page 2: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

My Place My Space

ערשטע טיילדי צעקנייטשטע הונדערטער........................ 5

צווייטע טיילפאזל שטיקלעך| ערשטע חלק .......................... 911 ......................... פאזל שטיקלעך| צווייטע חלק

דריטע טייל19 ...................................... איבונגען, איבונגען!

פערטע טיילאריבערגיין דעם גרעניץ............................... 22

Page 3: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

5

My Place My Space

ערשטע טייל: די צעקנייטשטע הונדערטערלעקציע פאר די קינדער: זיין באוואוסטזיניג צו די אייגענע חשיבות

די וויכטיגקייט פון קענען די אייגענע חשיבות:כדי אז א מענטש זאל זיך קענען זעלבסט אנערקענען און שעצן, דארף ער פארשטיין די באהאלטענע חשיבות פון יעדע מענטש אין די וועלט. דאס הייסט אז יעדע מענטש דארף צו וויסן, אז שוין ווען ער ווער געבוירן ליגט שוין אין אים א באהאלטענע חשיבות. און די פאקט אז יעדע מענטש איז חשוב איז א זאך אויף וואס מען קען זיך נישט קריגן, און די חשיבות ווערט קיינמאל נישט פארלוירן. ס׳איז נישט קיין חילוק וואס דער מענטש טוט, אדער וואס אנדערע טוהן צום מענטש, קען די באהאלטענע חשיבות פונעם מענטש

קיינמאל נישט קלענער ווערן.

עס איז אן אנגענומענע זאך אז די יסוד פון ליב האבן און רעספעקטירן אנדערע מענטשן, קומט דערפון וואס דער מענטש האט זיך אליינס ליב און ער האט אן אייגענעם רעספעקט. נאר דאן קען ער רעספעקטירן אנדערע מענטשן. אויב אבער א מענטש רעספעקטירט נישט זיין אייגענע ווערד, וועט עס אים זיין אוממעגליך צו שעצן, רעספעקטירן און ליב

האבן אנדערע מענטשן.

די שיעור אין קורצן:ווייז א שיינע הונדערטער פאר די קינדער. «

פרעג זיי: ״עטס דארפטס דעם הונדערטער? פארוואס?״ «זיי וועלן ענטפערן אז עס איז ווערד זייער אסאך (כדי עס ממחיש צו זיין פאר «

יונגערע קינדער קען מען זיי פרעגן וואס זיי קענען אלץ קויפן דערמיט.) דאן נעם דעם הונדערטער און צעקנייטש און פארקריפל עס. «

יעצט פרעג זיי, צי זיי דארפן עס נאכאלץ און אויב יא, פארוואס? «דערנאך, נעם דעם הונדערטער און טרעט עס אן. «

יעצט נאכאמאל, פרעג פון די קינדער צי זיי ווילן נאכאלץ דעם הונדערטער, «און אויב יא, פארוואס?

פראבירט אז די קינדער זאלן אליינס ארויסזאגן פון מויל די געדאנק אז דער הונדערטער בלייבט אייביג די זעלבע אסאך ווערד, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט דערמיט. מען קען שטערקער ארויסברענגען די נקודה מיטן זאגן פאר די קינדער אז אפילו אויב עס ווערט אביסל צעריסן וועט

עס נאכאלץ ווערן אנגענומען אין באנק, זעלבע ווי עס וואלט געווען א נייע גלאטע הונדערטער.

בערך׳דיגע צייט וואס

די שיעור דויערט:דריי-פערטל שעה\שעה

אנדערהאלבן

וואס מען דארף האבן

ביים שיעור:שרייבן-בוך פאר קינדער

א שיינעם גלאטן הונדערטער

טשַארט פאפיר

נייע באגריפן:באהאלטענע חשיבות

אומפארשוועכבארע חשיבות

די צעקנייטשטע הונדערטער

» וואס מיר וועלן טון:מען וועט רעדן מיט די קינדער, און פארגלייכן פאר זיי די באהאלטע ווערד וואס ליגט •

אין א הונדערטער, צו די באהאלטענע חשיבות פון יעדע מענטש.

די קינדער וועלן מאכן א ליסטע פון זאצן מיט וואס א קינד קען זיך אליינס שטארקן •אין שווערע צייטן, און אויך דאן פארשטיין אז ער איז חשוב.

נאכדעם וואס די קינדער האבן א ליסטע פון זאצן וואס זענען מחזק אז מען זאל שפירן •אז מען איז אויך חשוב אפילו אין א שווערע מינוט, וועלן עס די קינדער איבער׳חזר׳ן זיי ווען זיי העלפן זאל און עס זאלן עס קענען זיי אז (עקטן), און עס אויסשפילן

דארפן צוקומען דערצו.

Page 4: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

6

My Place My Space

7

My Place My Space

צום ענליך מענטש א איז וואס ״מיט קינדער: די פון פרעג יעצט «הונדערטער?״

פארשרייב די ענטפערס אויפ׳ן טשַארט. «

כדי אריינצוברענגן די קינדער אינעם שמועס און עס מאכן אביסל טיפער, זאל מען פרעגן נאך שאלות, אריינגערעכנט קען מען פרעגן אויך די פאלגנדע שאלות:

וואס הייסט דאס אז א מענטש ווערט ״פארקריפלט און צעקוועטשט״, אדער אז א מענטש •ווערט ״אנגעטרעטן״?

האסטו אמאל געהאט א מעשה אז איינער האט דיר ״צעקוועטשט״ אדער ״אנגעטרעטן״? און •וויאזוי האסטו זיך דעמאלטס געשפירט?

דו האסט שוין אמאל ״געטרעטן״ אויף אן אנדערע קינד? וויאזוי האסטו זיך נאכדעם •געשפירט דערוועגן?

געטון נישט האט קיינער ווען מעשה א געדענקסט •געשפירט זיך האסטו דאך אבער זאך, שלעכטע שום קיין

״צעקוועטשט״?א ווען זאגן, אליינס זיך קענסטו ווארט חיזוק וועלכע •

צווייטער מענטש פירט זיך אויף שלעכט צו דיר?ווילסט דו ווען זאגן, אליינס זיך קענסטו ווארט וועלכע •

ארויסהעלפן א צווייטע קינד וואס ווערט ״אנגעטרעטן״?

זיך נוצן קענען קינדער די וועלכע ווערטער חיזוק פון ליסטע א צוזאם שטעל קענסט טשַארט. אויף עס פארשרייב און מצבים, שווערע אין זיין צו מחזק אויך בעטן פון עטליכע קינדער צו מאכן צעטלעך מיט אזעלכע חיזוק ווערטער

ארומצוהענגען איבער די קלאס.עטליכע מעגליכע חיזוק ווערטער קענען זיין:

כ׳האב אן אינערליכע ווערד, כאטש מיינע אלע חסרונות. •ס׳קען טאקע זיין אז איך האב עטליכע חסרונות, כ׳בלייב אבער א גוט קינד. •

כ׳האב אינזינען מיר אליינס און אנדערע מענטשן. •איך נעם מיר אן אזוי ווי איך בין. •

אדער טראכט מענטש אנדערער אן וואס חילוק קיין נישט חשוב, בין איך •זאגט איבער מיר.

כ׳פראביר צו זיין א גוט קינד, קיינער איז נישט קיין מושלם. •כ׳פראביר יעדן טאג צו ווערן בעסער און בעסער. •

כ׳טו יעדן טאג די מערסטע וואס כ׳קען. •כאטש וואס כ׳פארגעס אמאל, בין איך נאכאלץ א גוט קינד. •

כאטש וואס עס האבן פאסירט צו מיר שלעכטע זאכן, בין איך נאכאלץ געבליבן א •גוט קינד.

איך בלייב א גוט קינד, אפילו אויב איך האב געמאכט טעותים. •

די קינדער זאלן אויסשפילן (עקטן) מצבים ווי זיי ווערן געטשעפעט דורך אנדערע אדער דורך די אומשטענדן. בעט די קינדער אויסצוקלויבן א חיזוק ווארט וואס

זיי וועלן אויסרופן הויך.

עס איז מאנטאג צופרי, דו יאגסט זיך צו גיין אין חדר און דו כאפסט זיך אז דו האסט פארגעסן צו טון דיין היימארבעט... שוין ווידער! דו זאגסט פאר דיין חבר, ״כ׳בין אזוי נערוועז, כ׳האב פארגעסן צו טון מיין היימארבעט און די רבי\טיטשער וועט זיין אויפגערעגט אויף מיר.״ דיין חבר ענטפערט דיר, פארגעסן צו נישט אויסלערנען כאטשיג אפשר זיך וועסטו אזוי ״שלימזל,

יעדע זאך!״

וועלכע חיזוק ווארט קענסטו זיך אליינס זאגן זיך צו שטארקן?

כאפט און מיטאג, עסן אינמיטן האלט קלאס דיין אין קינדער די פון איינע פנים זיין\איר ווי זעסט דו פלעק. קעטשאפ מערקבארן גרויסן א פלוצלינג ווערט רויטער און רויטער, אין די צייט וואס די אנדערע קינדער הייבן אן צו

לאכן פון אים\איר.

וועלכע חיזוק ווארט קענסטו זאגן פארן קינד וואס האט געכאפט די פלעק? וואס קענסטו זאגן פאר די קינדער וואס מאכן חוזק פון אים\איר?

זאך, פארשעמענדע א זיך איבער הויך געזאגט האט שמחה חבר\טע דיין אינמיטן קלאס. דו הייבסט אן זאגן ״שמחה! ש..״ און דאן כאפסטו זיך (צו

שפעט) אז זי שפירט זיך פארשעמט.

וואס קענסטו זאגן פאר שמחה? וואס קענסטו זאגן פאר זיך אליינס?

אינמיטן מיטאג באמערקסטו אז האסט אנגעטון איין ׳בלויע׳ זאקן, און איין די און דורכפאל, דיין מיט שטארק זייער זיך שעמסט די זאק. ׳שווארצע׳ איבריגע שעות פון טאג ביסטו פארנומען מיטן זיך זארגן צי איינער וועט עס

חלילה באמערקן.

וועלכע חיזוק ווארט קענסטו זיך אליינס זאגן זיך צו בארואיגן?

Role-Play

Each day I do the best I can.

א ווארט פארן מלמד\טיטשער:עס איז מעגליך אז איר וועט שפירן צו קינדער די מוטיגן דורכ׳ן אז מען וואס כאטש זיך פון האלטן פאלט דורך, וועלן די קינדער נישט חסרונות. זייערע אויף ארבעטן און ראנגעלנישן פון נושאים די ווערן באהאנדלט וועלן חסרונות אין די פערטע טייל. אבער מיט דעם אלעם איז זעלבסט רעספעקט און ווען א קינד אנערקענונג א הכרח וויל זיך טוישן צום פארבעסערונג.

די צעקנייטשטע הונדערטערדי צעקנייטשטע הונדערטער

Page 5: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

8

My Place My Space

9

My Place My Space

פאזל שטיקלעך

Write down 3 self-encouraging statements you would like to use during a difficult time.

LESSON 1

RECOGNIZING MY INTRINSIC VALUE

- 2 -

חיזוק ווארט מיט וואס איךשווערע מצביםהאב זיך באנוצט

- 3 -

חזרה ארבעטס-בלאטפארשרייבן קענען קינדער די ארבעטס-בלאט זייער אויף איינס צוויי חיזוק ווערטער וואס

קלינגען די בעסטע פאר זיי.

זיי קענען אויך פארשרייבן שווערע מצבים און די חיזוק ווערטער וואס קענען זיי ארויסהעלפן אין אזעלכע פעלער.

צווייטע טייל: פאזל שטיקלעך| ערשטע חלקלעקציע פאר די קינדער: זיין באוואוסטזיניג צו א מענטש׳ס מעלות און ראנגלערייען

די וויכטיגקייט פון קענעןדי אייגענע מעלות און חסרונות:

מענטש׳ס א פון יסודות די פון איינע איז חסרונות און מעלות אייגענע די וויסן דאס זיי זאכן וועלכע ביי ווייסן קינדער די ווען געזונטהייט. גייסטישע און זעלבסט שעצונג זענען געלונגען, פארוואס עס לוינט זיך זיי צו זיין געלונגען דערין, און וויאזוי זיי קענען זיך באנוצן מיט זייערע מעלות, דאן שפירן זיי אז זיי האבן די מעגליכקייט צו מצליח זיין. ווען די קינדער פארשטייען זייערע שוואכקייטן אדער פארוואס עס קען אמאל זיין שווער צו טון געוויסע זאכן, דאן קענען זיי פארנעמען זייערע חסרונות אן בושה. אזוי קענען די קינדער זיך באשיצן פון דורכפאלן און האבן די מעגליכקייט אליינס צו קומען און בעטן

הילף פאר זאכן אדער קענטעניסן וואס ער קען נישט אליינס.

ווען די קינדער פארשטייען און נעמען אן דעם פאקט אז יעדער איינער אויסער דעם, האט מעלות און חסרונות, און זיי לערנען זיך אויס צו רעספעקטירן איינער דעם אנדערן, למשל, אנדערע. פון שוועריקייטן און ראנגלערייען די צו מיטגעפיל ארויסווייזן און אנשטאטס זיך אונטערצולאכן ווען א צווייטע קינד פראבירט צו טרעפן אן ענטפער ביים

פארהער, וועלן זיי זיך אויסלערנען צו ווארטן מיט רעספעקט.

די שיעור אין קורצן:ווייז די פאזל שטיקלעך פאר די קינדער און בעט זיי אויסצו׳משל׳ן וואס זיי «

זעען. מען קען זיי פרעגן: ״וואס מאכט דאס פאר א פאזל שטיקל?״ זיי וועלן ענטפערן אז עס האט טיילן וואס שטעקן זיך ארויס און ערטער ווי «

עס גייט אריין. פאזל די פון כאראקטער די ארויסברענגען זאלן קינדער די אז פראביר «שטיקלעך: אז זיי שטעלן זיך צוזאם איינע מיט די צווייטע; אז מען דארף האבן אן האט שטיקל יעדע בילד; גאנצע א האבן צו שטיקלעך פאזל אלע

אייגנארטיגע אויפגאבע אינעם פאזל. טשַארט די פון זייט איין אויף קינדער די פון רעאקציעס די פארשרייב «

פאפיר. פאזל צו גלייך מענטשן זענען וואס ״מיט קינדער: די פון פרעג דאן «

שטיקלעך?״

בערך׳דיגע צייט וואס

די שיעור דויערט:דריי-פערטל שעה

וואס מען דארף האבן

ביים שיעור:צוויי גרויסע פאזל שטיקלעך

טשַארט פאפיר

נייע באגריפן:שטארקע פונקטן (מעלות)

שוואכקייטן (חסרונות)

אייגנארטיגקייטן(כשרונות וכדו׳)

» וואס מיר וועלן טון:און כאראקטער די באטראכטן שטיקל, פאזל דעם באטראכטן וועלן קינדער די •

אויסזען דערפון און מסביר זיין וויאזוי מענטשן זענען גלייך צו פאזל שטיקלעך.

די קינדער וועלן צוזאמען ארומרעדן איבער די פארשידענע מעלות און מיטהאלטן א •שמועס, געפירט דער דער מלמד\טיטשער, איבער מעלות און חסרונות.

די צעקנייטשטע הונדערטער

Page 6: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

10

My Place My Space

11

My Place My Space

פאזל שטיקלעך

קוק איבער די פארשריבענע ענטפערס פון די פריערדיגע שאלה. למשל: ״א «פאזל שטיקל האט טיילן וואו עס פעלט און טיילן וואס שטעקן זיך ארויס. מיט

וואס זענען מענטשן ענליך דערצו? די פאסט עס (וואו פאפיר זייט אנדערע די אויף ענטפערס די פארשרייב «

מערסטע). רעד ארום איבער די פאקט אז יעדע מענטש האט זיך שטארקערע פונקטן, «געב ׳חסרונות׳. רופן מיר וואס שוואכקייטן, און ׳מעלות׳ מיר רופן דאס קלארע דוגמאות פון קינדער וואס צייכענען זיך אויס אין פארשידענע זאכן: זכרון, זיך אויסקומען מיט אנדערע, מאלערייען, געפילן צו א צווייטנס ווייטאג און אזוי ווייטער. געב צו פארשטיין וויאזוי געוויסע כשרונות קענען שפעטער גענוצט ווערן ווען מען איז עלטער. ווי למשל, א קינד וואס באציהט זיך איידל

צו יונגערע קינדער, קען שפעטער ווערן א נורסערי רבי\טיטשער.

עצה טובה: איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס דער מלמד\טיטשער קען טון

עס ממחיש צו זיין פאר די קינדער, איז צו רעדן איבער איינע פון די אייגענע מעלות און חסרונות.

קינדער וואס ענטפערס דערמאנען און איבערזאגן איין אין האלט טובה: עצה

האבן פריער געגעבן. קינדער ווערן זייער שטארק באאיינדרוקט ווען זיי הערן ווי מען זאגט איבער זייער אייגענע ווערטער.

שאלות צו ערוועקן און ווייטער פירן די שמועס מיט די קינדער:מיט וועלכע פון אונזערע מעלות זענען מיר באקאנט? •

וועלכע מעלות העלפן א קינד מצליח זיין אין חדר\שולע? •ווערט און אויף וואקסט ער ווען מענטש א ארויסהעלפן קענען מעלות וועלכע •

עלטער?פארוואס האבן בלויז א טייל מענטשן געוויסע טאלאנטן וואס אנדערע מענטשן האבן •

נישט? און וואס וואלט געווען ווען יעדער איינער וואלט געווען די זעלבע?ס׳איז בסדר צו זיין שטאלץ מיט די אייגענע מעלות און כשרונות? •

א מענטש האט זיך מיט וואס צו שעמען איבער זיינע שוואכקייטן און חסרונות? •מיט וועלכע פון אונזערע חסרונות זענען מיר באקאנט? •

• קען א מענטש אויסהיילן זיינע חסרונות? וויאזוי קען איך זיך העלפן אויב איך האב א חסרון?

א האט וואס מענטש צווייטע א פאר רעספעקט ארויסווייזן מיר קענען וויאזוי •חסרון?

וואס קענען מיר טון ארויסצוהעלפן אן אנדערע מענטש מיט א חסרון? •

דערמאן פאר די קינדער אז מען דארף האבן יעדע מענטש אז די בילד זאל זיין גאנץ.זאג זיי אז מען וועט קענען רעדן מער איבער מעלות אין די קומענדיגע שיעור.

״איך בין אן איינמאליגע

ערשיינונג, א מענטש וואס איז

נאך קיינמאל נישט געווען

און וועט מער קיינמאל נישט

זיין. איך האב אן אייגנארטיגע

געמיש פון כאראקטער און

פערזענליכקייט.

איך בין אן איינציגע שטערן

אין מיין גאלאקסיע. איך

בין געבוירן געווארן אין א

ספעציפישע צייט פון די

געשיכטע, צווישן געוויסע

מענטשן.

די ספעציעלקייט מאכט מיר

זייער חשוב און וויכטיג, און

נאר איך קען אויספירן די

ספעציעלע פליכטן וואס ליגן

אויף מיר איבער מיין לעבן.״

— ספר עלי שור

צווייטע טייל: פָאזל שטיקלעך | צווייטע חלקלעקציע פאר די קינדער: זיין באוואוסטזיניג צו א מענטש׳ס מעלות און ראנגלערייען

די וויכטיגקייט פון קענען די מעלות און חסרונות פון א מענטש:

ווערד די ארגעניעלע אויף ריכטיגע בליק די נישט (און עלטערע) האבן קינדער פילע און חשיבות פון א מענטש. טיילווייז איז עס צוליב די פאקט אז מיר לעבן אין א וועלט מענטש. פונעם יחוס און געלט, דערגרייכונגען, די לויט געמאסטן ווערט חשיבות ווי מענטשן כאפן זיך נישט אז יעדע מענטש, אפילו ווען ער איז נישט געלונגען, צי ער איז ארעם, צי ער איז נישט קיין יחסן, האט ער נאכאלץ א אינערליכע ווערד אין זיך. ווען די קינדער האבן די געלעגנהייט אפצושפיגלען זייערע מעלות און חסרונות, עס וויסן קלאר און עס נישט דארפן באהאלטן, וועלן זיי פיל מער שפירן אז האבן די כוח מצליח צו זיין

אין לערנען און אין לעבן.

די שיעור אין קורצן:קוקטס איבער די טשַארט וואס מען האט געשריבן ביים פריערדיגן שיעור. «

פרעגטס פון די קינדער, ״וועלכע אויפפירונגען, מעלות און חסרונות, האט «אונזער זייט קינדער אנדערע איבער אדער אייך איבער באמערקט עטס

לעצטע שיעור?״עצה טובה: עס איז מעגליך אז איר וואלט געהאט חשק צו זאגן פאר די קינדער

אז זיי זאלן עס קודם איבערצושמועסן מיט זייערע שכנים, וועלכע זיצן נעבן זייער ארט, און ערשט דערנאך עס איבערזאגן הויך פאר די גאנצע קלאס.

זאגטס פאר די קינדער אז היינט וועלן זיי האבן די געלעגנהייט צו טראכטן «און זען וואס זייערע מעלות זענען. בעטס פון די קינדער אז זיי זאלן ארויסזאגן פאר די גאנצע קלאס די נעמען פון פארשידענע מעלות וואס עס קומט זיי

אויף אין מוח (לאו דוקא זייערע אייגענע).אין די צייט וואס די קינדער הייבן אן צו זאגן פארשידענע מעלות, הייבט אן «אויסצופילן די גרויסע פָאזל שטיקל אויף די טשַארט פאפיר. בשעת זיי זאגן טוט עס צעטיילן אין עטליכע קאטעגאריעס איבער די פָאזל (איבערלאזנדיג ליידיג ארט צו שרייבן די נאמען פון יעדע קאטעגאריע). למשל, לייגטס די אן אין טאלאנטן קאטעגאריע, איין אין לערנען ביים העלפן וואס מעלות אנדערע, פירערשאפט כשרונות אין א דריטע, מסודר׳דיגקייט אין א פערטע

און זיך אויסקומען מיט אנדערע אין א פיפטע און אזוי ווייטער.

» וואס מיר וועלן טון:אונטער די אויפזיכט פונעם מלמד\טיטשער וועלן די קינדער ארומרעדן איבער די •

פארשידענע סארטן מעלות וואס מענטשן האבן.

עס און ראנגלענישן און מעלות אייגענע זייער אפירזוכן קינדער די וועלן דאן •פארשרייבן אויף א ליידעג פאזל שטיקל אין זייער שרייבן-בוך.

בערך׳דיגע צייט וואס

די שיעור דויערט:דריי-פערטל שעה

וואס מען דארף האבן

ביים שיעור:שרייבן-בוך פאר קינדער

די אויסגעפילטע טשַארט פון די פריערדיגע שיעור

טשַארט פאפיר מיט א בילד פון א גרויסע פָאזל שטיקל

אויסגעמאלן דערויף

נייע באגריפן:מעלות

חסרונות

שוועריקייטן

כשרונות

פאזל שטיקלעך

Page 7: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

12

My Place My Space

13

My Place My Space

אינמיטן אויספילן די פָאזל שטיקל, פרעגטס פון די קינדער: ״פארוואס האב איך «געלייגט די אלע מעלות צוזאמען? און פארוואס זענען די אלע אנדערע אריינגעלייגט די מיט איינע מעלות די האבן שייכות וועלכע גרופע? אנדערע אן אין געווארן און די אלע, צווישן די שייכות זאלן אליינס טרעפן קינדער די אזוי אז אנדערע?

קענען זאגן די נעמען פון די קאטעגאריעס צו וואו יעדע גרופע געהערט.אויב זעסטו אז איין געוויסע גרופע מעלות ווערט פארנאכלעסיגט און די קינדער «רעדן אינגאנצן נישט דערפון, קען מען אויפברענגען א מעלה פון די גרופע און פרעגן פון די קינדער וואו עס געהערט. למשל, קען מען זאגן: א קינד וואס האט אייביג די ריכטיגע ווארט אין די ריכטיגע צייט צו מאכן א צווייטער קינד זיך גוט שפירן, אין וועלכע קאטעגאריע איז די מעלה? אדער ״א קינד וואס געווינט אלעמאל ווען מען שפילט פריסבי, אין וועלכע קאטעגאריע געהערט די מעלה?״ אדער ״ א מענטש

וואס קען זיך קאנצעטרירן אין איין זאך פאר א לאנגע צייט, וואו געהערט דאס?״

שאלות צו ערוועקן און ווייטער פירן די שמועס מיט די קינדער:וויאזוי קען א מענטש וויסן וואס זיינע מעלות זענען? •

אויב א מענטש האט ליב צו טון א געוויסע זאך, ווייזט דאס אז ער האט א געוויסע •מעלה? פארוואס קען מען זאגן אז יא און פארוואס נישט?

גוט דערצו? אזוי נישט טויגן זיי זאך אפילו א טון צו קענען מענטשן הנאה האבן •וויאזוי?

וועלכע מעלות געהערן צו מער פון איין קאטעגאריע? •וועלכע מעלות העלפן ארויס מצליח זיין אין חדר\סקול? •

וועלכע מעלות העלפן מער דעם מענטש אינדרויסן פון חדר\סקול? און וועלכע זענען •בעיקר נוצבאר אין קעמפ?

עס זענען דא מעלות וואס העלפן מער ביי מיטאג ווי איבערן טאג? •אין וועלכע פעלער קענען געוויסע שוואכקייטן (חסרונות) מאכן שווערער דאס לעבן •

פון געוויסע מענטשן? אין חדר\סקול? אין אינדערהיים?דעם ארויסהעלפן גאר (חסרונות) שוואכקייטן געוויסע קענען פעלער וועלכע אין •

מענטש?ווען א מענטש טוט א שווערע זאך, טוט עס אים שטארקן. וויאזוי? •

ווען א מענטש דארף מאכן די ריכטיגע באשליסן טוט עס אים שטארקן. וויאזוי? •פארוואס קען דאס זיין וויכטיג צו קענען די אייגענע מעלות? פארוואס קען אפשר אויך •

זיין וויכטיג צו קענען די אייגענע חסרונות?

MY STRENGTH,MY STRUGGLES

- 4 -

TALENTSsingingdancingdrawing actingsportshandy

ACADEMIC STRENGTHS

readingwritingmath

good memory

ORGANIZATIONALneat

organizedplan ahead

punctual

THINKINGdeep

creativeunderstanding

perceptivesharpwitty

INTERPERSONALsensitive

kindfun

friendly

APPEARANCEgood-looking

cutesmileyneat

SAMPLE LIST OF STRENGTHS

organizational-----------

-------------------------------

talent-----------

-------------------------------

thiking-----------

-------------------------------

interpersonal-----------

-------------------------------

academic-----------

-------------------------------

appearance-----------

-------------------------------

חזרה ארבעטס-בלאטצו אלעמען פון פארלאנגען נעמען די ליידיגע פָאזל שטיקל זייערע פארשרייבן דארט און חסרונות. און מעלות אייגענע אויסצוקלויבן שטופן זיי טוט פארשידענע פון מעלות קינד א אויב קאטעגאריעס. מיטן שוועריקייטן האט קען מעלות, איבער טראכטן וועגן טראכטן הייסן איר מען אדער טויגט, זי וואס צו זאכן זאכן וואס זי האט ליב צו טון. צו מאכן וויכטיג זייער איז עס אליינס זאלן קינדער די אז זיי ווי מעשה׳לעך דערציילן האבן געטון א זאך וואס איז זיי

געווען זייער שווער.

קלאס די ארום גייט מען ווען פון איינצעלנע זאל מען פרעגן שאלות, פארשידענע קינדער

ווי למשל:

וויאזוי ווייסטו אז ________ איז א מעלה? •

וויאזוי טוט דיר די געוויסע מעלה ארויסהעלפן אין לעבן? •

וואס האסטו ליב צו טון? •

וועלכע זאך איז דיר זייער שווער יא אדער נישט צו טון און דו דארפסט זיך ממש ראנגלען •דערפאר?

ווען האסטו אמאל געטון א שווערע קאמפליצירטע זאך? ווען האסטו געמאכט א גוטע •באשלוס? וויאזוי האט עס דיר געשטארקט?

עס איז א גוטע געדאנק צו לאזן א טייל פון די פָאזל שטיקל ליידיג. מען זאל מסביר זיין פאר די קינדער אז דאס אנטדעקן מעלות און כשרונות איז א זאך וואס דויערט א גאנצע לעבן. איבער די קומענדיגע פאר חדשים, ווען מען וועט ווייטער לערנען איבער זיך אליינס, וועט

מען קענען צולייגן נאך כשרונות צום פָאזל שטיקל.

פאזל שטיקלעך פאזל שטיקלעך

Page 8: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

14

My Place My Space

15

My Place My Space

דריטע טייל: איבונגען, איבונגען!לעקציע פאר די קינדער: אנהאלטן

די וויכטיגקייט פון קענען איבערקומעןשוועריקייטן און פאסן ריכטיגע באשליסן:

כדי אז א מענטש זאל קענען אנגיין אין לעבן און מצליח זיין אויף זיין לאנגען וועג, איז ער אנגעוואנדן אין קענען פארשטיין זיינע שוועריקייטן, ארויסהאבן ביי וועלכע זאכן ער דארף זיך ראנגלען נישט דורכצופאלן, און ער דארף אויך האבן די מעגליכקייט צו מאכן דער מענטש וואס טריטן און דרגות זענען פארהאן אסאך עס ריכטיגע באשליסן. די דארף דורכגיין אנצוקומען דערצו, אבער עס זענען פארהאן עטליכע זאכן וועלכע זענען פשוט די יסודות דערפון. די ערשטע זאך דארף מען וויסן אז יעדע מענטש האט זאכן מיט וואס ער מוטשעט זיך. צווייטנס, קעמפן און בייקומען אונזערע שוועריקייטן מאכט אונז נישט שוואכער, פארקערט עס מאכט אונז פיל שטערקער. און דריטנס, עס זענען פארהאנען זייער קלארע שריט וואס צו טון, כדי זיך אליינס צו העלפן מצליח זיין און

בייקומען די אייגענע שוועריקייטן.

די יעצטיגע שיעור וועט זיך באציהן צום צווייטן פרינציפ: אז בייקומען שוועריקייטן טוט אונז סוף כל סוף נאר אויפבויען און שטארקן. (אין די טייל פון ׳טיפער טראכטן׳ וועלן

מיר זיך באציהן צום דריטן פרינציפ).

די שיעור אין קורצן:צום ערשט וועלן די קינדער דורכפירן די ׳בוים׳ איבונגען. (זע זייטיגע קעסטל «איין פונקטליכע אנווייזונגען), קודם אויף די זייט פאר די קומענדיגע אויף פוס און דערנאך אויף די אנדערע. מען זאל זיך באנוצן מיטן טיימער צו זען ווילאנג די קינדער קענען שטיין אזוי און צו שטופן די קינדער אז זיי זאלן

פראבירן עס אנצוהאלטן וואס לענגער.די טון צו באוויזן האבן זיי ווילאנג פארשרייבן קינדער די זאלן דאן «

איבונגען.דערנאך וועלן די קינדער מאכן די ׳ארעם׳ איבונגען. זיי וועלן קודם אויפהייבן «די האלטן דאן און נאכנאנד מאל צוואנציג צי צען פאר ארעמס זייערע

» וואס מיר וועלן טון:אונטער די אויפזיכט פונעם מלמד\טיטשער וועלן די קינדער טון פיזישע איבונגען •

(עקסערסייז) און ארומרעדן - א המשך פון די פריערדיגע שיעורים.

זייערע אויף שטארקן זיך און זיין צו מתגבר זיך קינדער די אויסצולערנען כדי •זייערע וואס ארויסזאגן קלאר און אידענטיפיצירן דארפן זיי וועלן שוועריקייטן, שוועריקייטן זענען און דערנאך שרייבן אין זייער שרייבן-בוך א פַאל וואס זיי האבן

געהאט, וואו זיי האבן זיך געשטארקט און בייגעקומען א שוועריקייט.

דערנאך וועלן זיך די קינדער צוזאמקומען אין גרופעס און טראכטן וויאזוי מען קען •זיך שטארקן און בייקומען א געוויסע שוועריקייט און מאכן א שיינעם צעטל מיט

עצות וויאזוי מען קען איבערקומען די געוויסע שוועריקייט.

בערך׳דיגע צייט וואס

די שיעור דויערט:די פיזישע איבונגען זאלן

ווערן אויסגעפירט אין לויף פון עטליכע טעג, יעדעס מאל זאל מען אוועקגעבן

5-10 מינוט דערפאר און פארשרייבן ווילאנג

און וויפיל מאל מען האט געקענט אנציהן.

די שיעורים אליינס, און די ׳טראכטן טיפער׳ פאדערן דריי באזונדערע שיעורים.

וואס מען דארף האבן

ביים שיעור:שרייבן-בוך פאר קינדער

לייכטע WEIGHTS אדער CANS (וואס קינדער קענען

ברענגען פונדערהיים)

א טיימער

טשַארט פאפיר

נייע באגריפן:אנהאלטן און ממשיך זיין

זיך שטארקן

שוועריקייטן

ראנגלערייען

עצות צו בייקומען

- 5 -

...(עפעס וועגן מיר)

...

זאג פאר די קינדער אז זיי זאלן אנהייבן נאכצוזוכן אין וועלכע זאכן זיי זענען געלונגען און וועלכע טאלאנטן און מעלות זיי פארמאגן. למשל: איין קינד קען באמערקן אז ער\זי איז זייער ארגאניזירט און קען זייער גוט מסדר זיין איר שטוב אינדערהיים, אדער אז ער\זי דערקענט פנימ׳ער זייער שנעל און גוט. געב צייט פאר די קינדער אז זיי זאלן קענען איבערטראכטן און פארשטיין וואס עס זענען די נעמען פון די מעלות וועלכע ליגן אונטער די זאכן צו וואס זיי טויגן. למשל א קינד וואס דערקענט פנימ׳ער, ליגן אונטער דעם סיי א גוטע זכרון און סיי אז ער כאפט אויף קליינע דעטאלן, וואס דאס העלפט אים אז ווען ער זעט א געזיכט איינמאל, וועט ער עס שנעל דערקענען

די קומענדיגע מאל.

חזרה ארבעטס-בלאט

איבונגען, איבונגען!פאזל שטיקלעך

Page 9: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

16

My Place My Space

17

My Place My Space

איבונגען, איבונגען!

ארעמס גלייך – ווי אן ׳L׳ (זע צייכענונג אויף די קומענדיגע זייט), פאר א געוויסע צייט ווילאנג מען וועט אפמאכן.

האבן זיי ווילאנג און מאל וויפיל פארשרייבן ווידער קינדער די זאלן דאן «באוויזן צו טון די איבונגען.

עצה טובה: מען זאל טון די איבונגען מיט די קינדער עטליכע טעג, און זיי יעדעס

מאל הייסן פארשרייבן ווילאנג און וויפיל מאל זיי האבן עס באוויזן צו טון. ערשט נאך עטליכע טעג פון איבונגען זאל מען אנהייבן צו רעדן מיט די קינדער איבער קינדער די זאלן די טעג פון לויף זיך לערנען דערפון. אין וואס מען קען זאכן די נישט פראבירן איבערצושטייגן איינער דעם אנדערן, נאר פראבירן צו ברעכן דעם פריערדיגע די פון לענגער און מער מאכן מאל יעדעס און רעקארד אייגענעם

מאל.שאלות איבערצושמוסן מיט די קינדער: «

איז פארהאן א קינד וואס קען שוין יעצט טון די ‹ איבונגען מער און לענגער, ווי דאס ערשטע מאל?

וויאזוי שפירן דיינע הענט נאך די איבונגען? ‹ פארוואס טוהן אונזערע מוסקלען וויי ווען מיר טוהן איבונגען? ‹

צי שפירן מיר א חילוק צווישן דאס ערשטע מאל וואס מיר האבן געטון ‹ איבונגען און היינט צו טאגס ווען מיר טוהן איבונגען?

די קינדער זאלן ענטפערן אויף די שאלות. טייל פון די ענטפערס וועלן מעגליך «זיין, אז ׳וואס מער זיי טוהן עס אלץ גרינגער ווערט עס׳, אדער ׳וואס מער ׳ווי אויך, אזוי מוסקלען׳. זייערע ווערן איבונגען אלץ שטערקער זיי מאכן מער באקאנט זיי זענען מיט די איבונגען, אלץ גרינגער איז עס אויסצופירן׳.

פארשרייבט די ענטפערס אויפ׳ן טשַארט.עס האט איבונגען, איר מאכט ווי ״באטראכטנדיג קינדער: די פאר זאגט «מיר געמאכט טראכטן איבער אן אנדערע סארט איבונגען. די זאך פון וואס שוועריקייטן. פערזענליכע אונזערע מיט טון צו האט געטראכט כ׳האב זאל מען פראבירן אונזערע פערזענליכע שוועריקייטן? (אדער זענען וואס א זאגן). אליינס עס מען זאל אדער קינדער די פון ארויסצובאקומען עס אונז איז וואס עפעס טון דארפן מיר ווען איז שוועריקייט פערזענליכע איידל אויפפירן זיך זייער שווער, למשל: מיטהאלטן בשעת׳ן פארלערנען; זיך האלטן זאכן; געדענקען נישט פארטראגן; קען מען וועמען איינעם צו ארגאניזירט; און אויספירן אונזערע אויפגאבעס, א.ד.ג. פארשרייבט זייערע

ענטפערס אויפן טשַארט פאפיר.

די ׳בוים׳ איבונגען: די קינדער זאלן שטיין אויף די לינקע פוס, און פוס רעכטע זייער פון טייל אונטערשטע די

זאל אנרירן די זייט פון די לינקע קני.

זייערע ארעמס זיי זאלן צוביסלעך אויפהייבן ווי אזוי ארויף, אינגאצן זיין וועלן ביידע ביז זאלן זיי אז זיי זאגטס צייכענונג). (זע V א מינוט, האלבע א אפאר אזוי שטיין בלייבן אריבערגיין זיי זאלן דערנאך לענגער. אדער צום אנדערן פוס. די קינדער זאלן פארשרייבן זענען זיי ווילאנג זייער ארבעטס-בלאט אויף

געשטאנען אויף יעדע פוס.

די ׳ארעם׳ איבונגען: CANS אדער WEIGHTS לייכטע נוצנדיג וואס זיי האבן געברעגנט פון דערהיים, זאלן L די קינדער אויפהייבן זייערע ארעמס אין אןפאזיציע (זע צייכענונג), אזוי אז די עלבויגנס זאלן זיין גלייך מיט די אקסלען. דאן זאלן זיי עס און ארעמס זייערע אויפהייבן צוביסלעך צוואנציג פאזיציע L צום אראפלאזן צוריק מאל. טוט זיי אנווייזן צו האלטן די הענט אין יעצט מינוט. א כאטש פאר פאזיציע L אן זיי ווילאנג קינדער פארשרייבן די זאלן אויך

האבן עס באוויזן צו טון.

מען זאל גיין ווייטער: ״איז דא איינער וואס קען טראכטן פארוואס ווען איר «האט געמאכט איבונגען האט עס מיר דערמאנט פון שוועריקייטן?״ פראבירט אז די קינדער זאלן אליינס ארויפברענגען פארשידענע שוועריקייטן וואס זיי געבויט. און געשטארקט זיי דערויף האט וויאזוי דאס ארבעטן און האבן, מאכט זיכער אויך צו ברענגען פאקטישע און קלארע משלים אז די קינדער וואס איר זאלן עס גוט פארשטיין. האלט אינאיין פארגלייכן די ענטפערס האט באקומען פון די קינדער איבער די איבונגען וואס זיי האבן געמאכט, מיט די פארשריבענע ענטפערס וואס זיי האבן געגעבן וועגן זייערע געוויסע

שוועריקייטן.מען זאל פארבינדן די יעצטיגע שמועס מיט די פריערדיגע שיעור איבער די «די ספעציעלקייט קינדער איבער די פָאזל שטיקלעך. טוט דערמאנען פאר די וויאזוי און מענטש, און שטיקל פָאזל איינציגע יעדע פון חשיבות און באזונדערע שוועריקייטן וואס יעדער איינער האט, איז א טייל פון די זאכן וואס מאכן יעדע מענטש ספעציעל. דאס הייסט אז וויבאלד יעדער איינער האט אנדערע מעלות און חסרונות, און אנדערע שוועריקייטן מיט וואס ער ראנגלט זיך, טוט עס אים אויפבויען אויף זיין אייגענעם וועג און געבט אים א

ספעציעלקייט וואס קיין שום אנדערער מענטש אין די וועלט האט נישט.

אונז מעלות אונזערע קענען וויאזוי קינדער: די פון פרעגן אויך קען מען ארויסהעלפן בייקומען די שוועריקייטן? (למשל: איינער וואס האט א שוואכע קאפ, קען די מעלה וואס ער האט אז האט אסאך חברים אים ארויסהעלפן

אז זיי העלפן אים ארויס זיך צו צוגרייטן צום פארהער).

איבונגען, איבונגען!

Page 10: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

18

My Place My Space

19

My Place My Space

MY STRUGGLES

Struggles I have:

I overcame this struggle when:

Struggles I have:

I overcame this struggle when:

Struggles I have:

I overcame this struggle when:

“Overcoming my struggles will make me stronger.”

- 8 -

איבונגען, איבונגען!

חזרה ארבעטס-בלאט

איבונגען, איבונגען!

DAY0 1 2 3 4

SECO

NDS

120

110

100

90

80

70

60

50

40

30

20

10

COLOR CODE• TREE POSE RIGHT FOOT• TREE POSE LEFT FOOT• ARM LIFTS

RECORD YOUR PROGRESS IN THE GRAPH:

120

110

100

90

80

70

60

50

40

30

20

RECORD YOUR PROGRESS IN THE GRAPH:

- 7 -

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, רעכטע פוס: ערשטע טאג:

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, לינקע פוס:

______ סעקונדעס די ארעם איבונגען

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, רעכטע פוס: צווייטע טאג:

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, לינקע פוס:

______ סעקונדעס די ארעם איבונגען

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, רעכטע פוס: דריטע טאג:

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, לינקע פוס:

______ סעקונדעס די ארעם איבונגען

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, רעכטע פוס: פערטע טאג:

______ סעקונדעס די בוים איבונגען, לינקע פוס:

______ סעקונדעס די ארעם איבונגען

- 6 -

חזרה ארבעטס-בלאט

בעטס פון די קינדער אז זיי זאלן אריינשרייבן אין זייער בוך איין שוועריקייט וואס זיי האבן, פארלאנגטס שוועריקייט. זייער בייגעקומען זענען זיי ווען עפיזאד געוויסע איין כאטש און פון די קינדער אז זיי זאלן דערציילן, ״וויאזוי האב איך זיך געשפירט מיטן פאקט אז איך האב בין איך ווען עפיזאד אן וועגן שרייבן צו געשפירט זיך איך האב ״וויאזוי שוועריקייט?״, א

בייגעקומען א שוועריקייט?״.

As the students do the exercises, have them record their progress on this chart.

Students may need assistance to plot their data. This graph will visually demonstrate their progress.

Page 11: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

20

My Place My Space

21

My Place My Space

די פאלגנדע טייל פונעם שיעור זאל געלערנט ווערן אין לויף פון צוויי לעקציעס, אפגעטיילט א טאג אדער צוויי.

אויפן טאוול זאל דער מלמד\טיטשער מאכן א ליסטע פון עטליכע גרופעס פון «שוועריקייטן אויף וואס קינדער דארפן ארבעטן. ווי למשל, זיין ארגאניזירט, זיך אויפפירן איידל צו אנדערע, צוהערן ביים פארלערנען, א.ד.ג. מען זאל האבן קינדער די וואס ענטפערס די לויט קאטעגאריעס די אויסשטעלן

געגעבן איבער זייערע שוועריקייטן.בעטס פון די קינדער אז יעדער איינער זאל אראפשרייבן אויף א פאפיר אין «

וועלכע גרופע ער וויל אנטיילנעמען.וויאזוי פלאן א מיט אויפצוקומען זיין וועט גרופע יעדע פון פליכטן די «די שוועריקייט. געוויסע די מיט זיך ראנגלען וואס קינדער ארויסצוהעלפן גרופעס וועלן זיך צוזאמקומען צוויי מאל. די ערשטע מאל כדי עס אינאיינעם איבערצוטראכטן און אויספלאנירן וואס מען קען אלץ טון, און די צווייטע מאל, כדי צו פארענדיגן די פלענער און אפמאלן א שיינעם צעטל וואו עס

וועט זיין אפגעמאלן די עצות מיט וואס מען איז אויפגעקומען.צוהעלפן און אנווייזן טוט וואס דער אלץ טייל, מלמד׳ס\טיטשער׳ס דער «די קינדער, איז קריטיש וויכטיג פאר די הצלחה פונעם פראיעקט. עס קען אמאל זיין שווער פאר די קינדער אליינס אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי מוטיגן זיי זאל מען שוועריקייט. געוויסע די האט וואס איינער העלפן צו אנדערע עלטערן אדער און שוועסטער, ברידער עלטערע זייער פרעגן צו

מענטשן.די בעט און קלאס אין אויף עס הענגט פארטיג, זענען צעטלעך די ווען «די אויף מיינונגען זייערע זאגן זאלן זיי אז קלאס די פון קינדער אנדערע פארשידענע עצות. פרעגט פון די קינדער צי עס איז דא איינער וואס האט שוין אויספראבירט איינע פון די עצות. אזוי אויך פרעגט זיי צי זיי האבן א

געוויסע עצה וואס זיי וואלטן געוואלט אויספראבירן.

די קינדער זאלן זיך צוריקקערן צו ארבעטס- ׳שוועריקייטן׳ זייער

אראפשרייבן און בלאט, וועלכע עצה זיי וואלטן געוואלט זיי זאל דאס אז אויספראבירן אייגענע זייער בייקומען העלפן שוועריקייט. מען זאל מוטיגן די קינדער אויך צו פארשרייבן אין ווען פעלער שרייבן-בוך זייער זענען זיי אז פאסירט עס האט שוועריקייט. א איבערגעקומען אזוי אויך זאל מען זיי דערמאנען

ווי ׳שטארק׳ זיי ווערן דערפון.

רעדנדיג איבער מעלות און שוועריקייטן, פארבינדט עס מיט די משל וואס קינדער: די פון פרעגט שטיקלעך. פָאזל די איבער געלערנט האבן מיר

פארוואס האט יעדער איינער אנדערע שוועריקייטן?

Strategy 1

STRUGGLE

Strategy 2

Strategy 3

Strategy 4

Strategy 5

Strategy 6

- 10 -

טראכטן טיפער

לאמיר זיךדערמאנען

איבונגען, איבונגען!

חזרה ארבעטס-בלאט

איבונגען, איבונגען!

Page 12: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

22

My Place My Space

23

My Place My Space

פערטע טייל: אריבערגיין דעם גרעניץ לעקציע פאר די קינדער: פארשטיין און רעספעקטירן דעם מענטש׳ס פערזענליכע גרעניצן און גבולים.

די וויכטיגקייט פון גרעניצן:און דערגרייכונגען שאלות, הערות, מיינונגען, די מיט ארומגענומען זענען קינדער דורכפעלער פון אנדערע מענטשן. ווען קינדער פארמאגן א געזונטע זעלבסט זיכערקייט דאן קענען זיי דערקענען יעדע זאך וואס זיי טראכטן אדער הערן, וואס דאס איז צו אים: א מיינונג פון אן אנדערע מענטש, א הערה, א.ד.ג. אזוי אויך, צי די זאך איז עפעס וואס

איז אים נוגע, און צי ער דארף זיך צו טון מאכן דערפון אדער נישט.

יעדעס קינד איז א לאנד פאר זיך: דאס קינד׳ס מעלות, זאכן וואס ער\זי האט יא און נישט ליב און די שוועריקייטן וואס ער\זי האט. די מיינונגען און דעות פון אנדערע מענטשן עס באשליסט קינד דאס אויב אויסער מענטש, פונעם אוועק ווערן געהאלטן דארפן ׳אריינצולאזן׳ צו זיך. דאס זעלבע איז מיט די רצונות און באדערפענישן פון אנדערע. ווען קינדער זעען איין אז זיי אליינס זענען די וואס באשליסן וועמען ׳אריינצולאזן׳ צו זיך, וועלן

זיי זיך אויפפירן אויף א נארמאלע און געזונטע וועג.

ערלויבן ער זאל וועמען קינד, דעם אויסלערנען מיר זאלן וואס פראגע: די איז יעצט אריינצולאזן? אין דעם שיעור איז אונזער ציל אז די קינדער זאלן איינערקענען אז בלויז אזעלכע מענטשן וועמען זיי האבן ליב און אזעלכע וואס האבן זיי ליב און זארגן זיך פאר זייער וואוילזיין (אריינגערעכנט זיינע עלטערן און מחנכים וכד׳), זאלן אריינגעלאזט ווערן

אינעווייניג.

די שיעור אין קורצן:ווייזט פאר די קינדער א מאפע פון די וועלט. פרעגט זיי וואס די שטריך ארום «יעדע לאנד טוט באדייטן. מען זאל זיי געבן צו פארשטיין אז יעדע לאנד האט א גרעניץ ארום איר וואס ווייזט וואו די לאנד ענדיגט זיך און וואו עס הייבט

זיך ָאן ַאן אנדערע לאנד.די קינדער די פאלגנדע שאלות, און פארשרייבט די ענטפערס פרעגט פון «

אויפן טאוול:פארוואס איז וויכטיג אז יעדע לאנד זאל פארמאגן גרעניצן? ‹

וויכטיג אז א לאנד זאל נישט אריינלאזן געוויסע מענטשן פארוואס איז ‹ אדער זאכן אין זייער לאנד?

בערך׳דיגע צייט וואס

די שיעור דויערט:דריי-פערטל שעה\שעה

אנדערהאלבן פאר די שיעור און די שמועס, און נאך א

דריי-פערטל שעה פאר יעדע פון די חזרה אקטיוויטעטן.

מאטריאל:שרייבן-בוך פאר קינדער

א וואנט מאפע פון עטליכע לענדער

טשַארט פאפיר

בָאל

נייע באגריפן:גרעניצן

גבולים

גרעניץ וועכטער (קאסטומס אגענט)

אריבערגיין דעם גרעניץ

» וואס מיר וועלן טון:מען וועט ארומרעדן מיט די קינדער איבער געאגראפישע גרעניצן פון לענדער, און •די וויכטיגקייט דערפון. דאן וועט מען ארומרעדן איבער יעדע מענטש׳ס פערזענליכע

גרעניצן און גבולים.

דערנאך וועלן די קינדער צוזאמשטעלן א ליסטע פון ׳גרעניץ פארשריפטן׳ און שפילן •(עקטן) די ראלע פון א ׳גרעניץ וועכטער׳, באשליסנדיג יא אדער נישט אריינצולאזן

אנדערע אין זייער טערעטאריע.

ווידער זיך וועלן קינדער די וואו אקטיוויטעטן׳ ׳חזרה שפילן זיי וועלן אויך אזוי •איינ׳חזר׳ן די וויכטיגע כללים וואס זיי האבן געלערנט אינעם שיעור.

פארוואס איז עס אבער אויך די זעלבע וויכטיג פאר א לאנד צו האלטן אפן ‹ זייערע גרעניצן?

און וויאזוי קען א לאנד פארדינען פון האלטן אפן זייערע גרעניצן? ‹ פריינטליך אדער האבן צו האלטן זיך זיך פאר א לאנד לוינט פארוואס ‹

גוטע דימפלאמאטישע באציהונגען מיט אנדערע לענדער?

א צוזאמצושטעלן קינדער די פון פארלאנגען מען וועט שיעור פונעם טייל קומענדיגע די אין זאל ער וועמען וועכטער׳ ׳גרעניץ אנווייזן פארן זאלן וועלכע ׳גרעניץ פארשריפטן׳ פון ליסטע

אריינלאזן אין לאנד און וועמען נישט.

אויס טערעטאריעס (פאפיר טעי״פ) שטעלט MASKING TAPE נוצנדיג «אין די קלאס ארום גרופעס פון קינדער. מען זאל זיי געבן צו פארשטיין אז זיי געפונען זיך יעצט אין באזונדערע לענדער. (יעדע גרופע קען געבן א נאמען פאר זייער לאנד, נוצנדיג נעמען פון קאלירן אדער יעדע אנדערע טעמע). אזוי אויך זאל מען זיי מסביר זיין אז יעדע לאנד האט ׳גרעניץ וועכטער׳ ביים גרעניץ, וועלכע היטן אפ די גרעניצן און זען ווער עס מעג אלץ אריינקומען

אין לאנד.דיין אין אריינקומען געוואלט וואלט איינער ״אויב קינדער: די פון פרעגט «׳לאנד׳, וועלכע שאלות וואלט דער גרעניץ וועכטער געדארפט פרעגן פונעם די וואס מיט די שאלות צו פארשרייבן נוצט א טשַארט פאפיר מענטש?

קינדער זענען אויפגעקומען.יעצט זאל מען שטעלן קינדער וועלכע זאלן שפילן אלץ גרעניץ וועכטער, און «מענטשן וועלכע וועלן פראבירן אריינצוגיין אין די - מיט טעי״פ באצייכנטע- לענדער. די וועכטער וועלן פרעגן פון די מענטשן די פראגן וועלכע מען האט ווילן זיי צי באשליסן קינדער די לאזט פאפיר. טשַארט אויפן פארשריבן ערלויבן די מענטשן אריינקומען אין זייער לאנד אדער נישט. אויב עס קומען

צו פרישע שאלות, לייגט עס אויך צו צום טשַארט.

די קומענדיגע טייל פונעם שיעור קען געלערנט ווערן מיט די קינדער באלד נאך די פריערדיגע זיין ערשט דעם קומענדיגן טאג, זאל מען עס טייל. אבער אויב באשליסט מען עס ממשיך צו

אנהויבן מיט אן איבערבליק און חזרה אויף די פריערדיגע טייל.

רייניגט אפ די ערד פון די טעי״פ ארום די ״טערעטאריעס״. מאלט אפ א בילד «פון א קינד אויפן טאוול (זעט צייכענונג) מיט א צירקל ארום דאס קינד. זייט

מסביר פאר די קינדער אז יעדעס מענטש איז א לאנד פאר זיך.זיי די פאלגנדע שאלות צו מאכן די שמועס אינטערעסאנטער און פרעגט «

טיפער:פארוואס איז וויכטיג פאר א מענטש צו האבן גרעניצן און גבולים? ‹ וואס הייסט אז ׳מען לאזט אריין א מענטש אין א צווייטנס גרעניץ׳? ‹

ווען און פארוואס זאל א מענטש ווילן האלטן זיינע\אירע גרעניצן ׳אפן׳? ‹ גרעניצן זיינע\אירע האלטן ווילן מענטש א זאל פארוואס און ווען ‹

׳פארמאכט׳?

Page 13: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

24

My Place My Space

25

My Place My Space

- 11 -

Entrance Approved

Entrance Approved

Entrance Approved

Entrance Approved

Entrance Approved Entrance

Approved

Entrance Approved

אריבערגיין דעם גרעניץ

חזרה ארבעטס-בלאט ווער איז דער מענטש׳ס ׳גרעניץ וועכטער׳? ‹ וועכטער) גרעניץ אייגענער (אלץ פרעגן אליינס זיך מען דארף וואס ‹ איידערן ערלויבן א צווייטער מענטש, (אדער יענעמ׳ס דעות און הערות)

אריינצוקומען אין דיין ׳לאנד׳? איינעם זאל מען צי זיכער נישט איז מען ווען טון קען מען וואס ‹

אריינלאזן? העכסט וויכטיג: דאס איז א קאמפליצירטע געדאנק פאר די קינדער צו «

פארשטיין. נוצט דערפאר קלארע ביישפילן פון די טאג-טעגליכע לעבן:מען קען רעדן וועגן א קינד וואס איינע פון איר קלאס זאגט איר אז אירע ‹נייע שיך זענען ״נעבעכדיג״. זאל דאס קינד ארייננעמען די שטעכעדיגע הערה אין זיך אדער נישט? וואס וואלט געווען ווען דאס קינד זאגט איר די זעלבע הערה נאך אין געשעפט, איידער זי האט עס געקויפט, זאל זי עס דעמאלטס ענדערש אננעמען? און וואס טוט זיך ווען איר מאמע איז די וואס זאגט איר די זעלבע מיינונג אז עס איז נעבעכדיג, דאן זאל זי עס

יא ארייננעמען? נאך א משל קען מען געבן וועגן א יונגל וואס האט שווער געארבעט אויף ‹זיין פארהער און ער האט בלויז באקומען א 92. זאל עס אים אנגיין אז זיין חבר האט באקומען א 99 אדער זאל ער עס האלטן אינדרויסן פון זיין

טערעטאריע? ערוואקסענער, אן פון באקומט מען וואס קריטיק מיט זיך טוט וואס ‹ווי למשל עלטערן און מחנכים? און וואס טוט מען אין א פאל וואס אן ערוואקסענער אדער סיי ווער בעט אים צו טון עפעס וואס מאכט אים

שפירן אומבאקוועם? איינמאל מיר האבן שוין עטליכע ביישפילן, זעט אז די קינדער זאלן וויסן «אז אויך דא דארף מען נאכפאלגן די ׳גרעניץ פארשריפטן׳ וואס מיר האבן געמאכט, און זיך פרעגן די אלע שאלות וואס דער ׳גרעניץ וועכטער׳ ברויך

צו פרעגן.

אריינפילן זאלן קינדער די מעלות, זייערע צירקל אינעם זיי וואס זאכן שוועריקייטן, זיי ליב. נישט און יא האבן ׳ּפָאזל זייער אין נאכקוקן זאלן דארט האבן זיי וואס שטיקל׳ דערנאך זיך. וועגן געשריבן זאלן זיי אויספילן די קעסטלעך די אויף ערטער ליידיגע און אפצומאכן מענטשן, אנדערע אין ערלויבן זאלן זיי וועמען

זייער פריוואטע לעבן.

Note: Future lessons will be developed around the topic of how to actually respond to various comments.

אריבערגיין דעם גרעניץ

Page 14: My Place My Space Teacher's Guide Yiddish Draft

26

My Place My Space

27

My Place My Space

ערשטע אקטיוויטעטדי קינדער זאלן צוזאמלייגן זייערע ארעמס און באשליסן צי זיי ווילן כאפן

א בָאל וואס ווערט געווארפן אין זייער ריכטונג אדער נישט. איידער ווער איך בין און ווארפט די בָאל, זאגט פאר די קינדער מען

וואס איך ׳ווארף׳. למשל: איך בין א יונגל וואס זיצט נעבן דיר און איך זאג דיר אז דו זעסט אויס זייער שלאמפעריש״. אדער, ״איך בין דיין טיטשער און איך זאג דיר אז כ׳וויל דו זאלסט פארבעסערן דיין האנטשריפט״. די שפילערס דארפן באשליסן צי זיי ווילן עפענען זייערע ארעמס און כאפן די בָאל

אדער נישט. דערנאך פרעגט זיי: ״פארוואס האסטו באשלאסן עס יא אדער נישט צו כאפן?״ אויב די קינדער כאפן די בָאל אנע טראכטן,

צו טראכטן איידער מען איז וויכטיג עס ווי זיי זאל מען ארומרעדן מיט עפנט זיך און מען לאזט סיי וואס אריינקומען.

די קינדער זאל נעמען רייעס צו ווארפן און כאפן. דער מלמד\טיטשער זאל האלטן אינאיין איבערגיין די ענטפערס פון די קינדער, און זיך באציהן

צו די כללים וואס מען האט געלערנט איבערן שיעור.

צווייטע אקטיוויטעטמען זאל בעטן די קינדער זיך צוזאמצושטעלן אין קליינע גרופעס און אויפקומען מיט ״קלאפעריי

וויצן״ איבער די נושא. למשל:

א ווארט צום מלמד\טיטשערדי נושא פון פערזענליכע גבולים איז סיי און וויכטיג קריטיש סיי ביידע, נישט זיך זאל מען קאמפליצירט. וועלן שיעורים אפאר אז איינרעדן מאכן אז די קינדער זאלן זיין פעאיג און זאלן האבן די זעלבסטזיכערקייט האלטן און שעצן זעלבסט צו זיך דארף מען רעספעקט. אייגן זייער כסדר ממשיך זיין און רעדן דערפון די אז אפן טירן די האלטן און קומען קענען זיך זאלן קינדער דורכרעדן דערוועגן. עס איז מעגליך נייגן ענדערש וועלן קינדער די אז מער זיין פון ריכטונג אינעם פארמאכט און באשיצט, אבער וואס מער זיי וועלן זען פאקטישע משלים דערוועגן, רעדן און לעבן פונעם די האבן זיי וועלן מער אלץ די פארשטיין צו מעגליכקייט דיפרענצן וואס און וועמען עס קומט עס נישט. וועמען און אריינצולאזן איז אויך פארהאן א געוויסע ריזיקע אז די קינדער וועלן באשליסן נישט אריינצולאזן זיינע\אירע אויטאריטעטן זיך. צו מחנכים) און (עלטערן דערפאר דארף דער מלמד\טיטשער שטעלן איבער פעסט זייער זיין די האלטן און קלאס אין גרעניצן א דערביי אנהאלטנדיג רעספעקט, אטמאספער. אפענע און פאזעטיווע אדער צו שטימען קינדער די צי מלמדים\ עלטערן, טוהן נישט,

די פאר טון מנהלים און טיטשערס (איינצעלנע קינד. פונעם טובה ערוואקסענער די וואו אינצידענטן פונעם טובה די פאר דא נישט איז עס ווען בעסטע דאס איז קינד, ווערט באהאנדלט אויף א פריוואטן

אופן).

חזרהאקטיוויטעטן צו פארשטערקערן

די השפעה פונעם שיעור אויף די

קינדער.

אריבערגיין דעם גרעניץ

קנאק-קנאק

ווער איז דארט?

לייבי

לייבי ווער?

כ׳הער דו פילסט נישט גוט, כבין געקומען דיר מאכן לייבעדיג!

אה מחי׳, אודאי קום אריין.

קנאק-קנאק

ווער איז דארט?

שמשי

שמשי ווער?

זאלסט מיר בעסער אוועקגעבן דיין ריסעס, אז נישט וועל איך

דיר אזוי גוט פאר׳שעמען׳

גיי פון דא, איך עפן דיר נישט!

לאמיר זיךדערמאנען

זיך, ״לאנד״ פאר א ווי איז איינער יעדער אז געדאנק די איבער רעדנדיג יעדע פון ווערד אינערליכע די איבער קינדער די פאר דערמאנען טוט מענטש (דער הונדערטער). פרעגט זיי: ״האט א צווייטער מענטש א כוח צו זאגן א מיינונג איבער מיין אינערליכע ווערד?״ מען זאל זיך באציהן צום דוגמא פונעם פָאזל שטיקל אז מען דארף רעספעקטירן די ספעציעלקייט,

וויכטיגקייט און חשיבות פון יעדן איינציגן מענטש אין די וועלט.